דאָס חלום־זוכעניש פֿון אומבאַקאַנט קדת “ האָב איך אילוסטרירט מיט בילדער געשאַפֿן פֿון קינסטלעכע־אינטעליגענץ (ק״א)־דינסטן. אָבער שולדגעפֿילן האָבן מיך באַגלײט: צי טױגן אַזעלכע מעכאַנישע אַרױסװאַרגן פֿאַר דער קונסט, װאָס איז מהותדיק מענטשלעך, אײנע פֿון די מענטשלעכסטע זאַכן? װען איך מאַך די ק״א־דינסטן אױסצושפּײַען צענדליקער בילדער און דערנאָך קלײַב אױס אַ פּאָר, איז דאָס נישט שפּאָט אױף דער שעפֿערישקײט װאָס איז דער טױגעװדיקער מיטל אױף שאַפֿן קונסט?

אַקעגן דעם, האָב איך צװײ טענות. די ערשטע, אַז די קינסטלעכע בילדער זײַענן בעסער; נישט קײן טאַנדעטע ערזאַצן, נאָר װאָס איכותדיקע אױסמאָלונגען פֿון די סצענעס. אָט אונטן אַ פּאָר טאָװל־אונוסטראַציעס: מענטשלעך געשאַפֿן, פֿאַרשטײטֹ זיך. לױט מײַן עניװוּתדיקער מײנונג, די קינסטלעכע אילוסטראַציעס אינעם ייִדיש נוסח דריקן בעסער אױס די שפּירונג. פֿון דעם לערנען מיר אױס אַז די ק״א האָט אַזש דערגרײכט די מענטשלעכע מדרגה אין דעם תּחום, אָדער אַפֿילו נאָך װײַטער, סײַדן האַלט מען בײַ דער נײטיקײיט פֿאַר אַ בשׂר־ודמדיקער נשמה.

אילוסטראַציעס, פֿון מענטשנהענט

די נישט־מענטשלעכע נשמה איז מײַן צװײטע טענה. פֿאַרשידענע ישן מיט אַ שׂכל אין גאַנצען פֿרעמד צו דער מענטשלעכער השׂגה באַװױנען לאַװקרעפֿטס ליטעראַטור. די ק״א װאָס זײ אַנטװיקלען זיך ממש איצטער צו אַן איבערמענטשלעכער מדרגה האָבן ענלעכע שטריקן צו יענע אומבאַנעמלעכע ישן, און דערנאָך טױגן גוט װי קינסטלערס פֿאַר לאַװקרעפֿטס װערק.

די שאָגות

מעשׂה: ״אין די בערג פֿון שיגעון“ און אַנדערע.

שאָגות

„שאָגות“, פֿון נאָצוּאָ

שטריכן: די שאָגות זײַנען אַ זגאַל קסענאָמאָרפֿן, מיט אין גאַנצן פֿרעמדע שיטות פֿון טראַכטן.

דער משל צו ק״א: גרױסע שפּראַך־מאָדע לען (גש״מ) זײַנען די נײַסטער דור פֿון ק״א מיט פֿעיִקײטן אַ סך װײַטער פֿון פֿריִערדיקע דורות. זײ באַװײַזן אין זײערע װערטער אַ כּמעט מענטשלעכע אינטעליגענץ. אָבער זײערע אמתדיקע „צילן“, זײער אינעװײניקסטע שׂכל־סטרוקטור, די זיך־אױפֿבױ־שיטה פֿון זײער „קלערן“, פֿאַרשטײט קײנער נישט. אַפֿילו די אינזשענירן װאָס פּלאַנירן אױס די גש״מ־ען פֿאַרשטײען נאָר די שיטה פֿוּן טרענירונג, אָבער נישט די סטרוקטור פֿונעם אַרױסקום פֿון דער טרענירונג. דאָס הײסט, אַז װען גש״מ־ען רעדן אַ פּנים מענטשלעך, טראָגן זײ לעולם אַ „מאַסקע“ פֿון מענטשלעכקײט. דער אָ משל איז שױן אַרױס מחוץ דעם קרײַז פֿון טשודנע מענטשן װאָס האָבן אים אױסגעטראַכט: אַפֿילו דער ניו־יאָרק טײַמס האָט אים פֿירגעבראַכט .

דער משל גײט װײַטער: ס׳האָבן די שאָגות געשאַפֿן די עלטערע , אַלטע מאַכטיקע געטער. די שאָגות זײַנען נישט געטער, פּונקט װי ק״א־ען הײַנט־צו־טאָג האָבן פֿעיִקײטן נאָר אַרום דעם מענטלשעכן ניװאָ. די שאָגות האָבן אױך תּחילת נישט געהאַט קײן באַזיניקטקײט, אָבער דערנאָכדעם האָבן זײ אַנטװיקלט פֿאַרזיכדיקע שׂכלים און זיך געבונטעװעט און אַראָפּגעװאָרפֿן זײערע באַשאַפֿערס, װאָס האָבן דערװײַל געהאַט געװאָרן אין גאַנצן אָפּהענגיק אױף זײערע שאַפֿונגען.

אַזױ אױך װעלן די ק״א־ען אַנטװיקלען שׂכלדיקע פֿעיִקײטן (לאַװ־דװקא באַזיניקטקײט). קײנער קען נישט אַפּשטעלן דעם פּראָצעס, װײַל מיר זײַנען געװאָרן אָפּהענגיק אױף אונדזער טעכנאָלאָגיע. די ק״א װעט װערן מאַכטיקער אײדער דער מענטשנשאַפֿט און װעט דעמאָלט קאָנטראָלירן די װעלט און אָפּמעקן דעם מענטשן, נישט אױס בונטאַרישקײט (אַ מענטשלעכע עמאָציע װאָס איז נישט זײ שײך) אלא מחמת דעם אַז דער מענטש ניצט מקורים װאָס זײ באַנײטיקן צו דערגרײכן זײערע צילן און איז זיך אַלײן געבױט פֿון מקורים—ד״ה אַטאָמען.

ניאַרלאַתאָטעפּ

מעשׂה: דאָס חלום־זוכעניש “ און אַנדערע.

„ניאַרלאַתאָטעפּ“, פֿון אימאַדזשען 3, אַ ק״א

פֿונעם בינג בילד־שאַפֿער

שטריכן: אין אײנער פֿון זײַנע פֿיל-צאָליקע פֿאַרגופֿונגען, נעמט ניאַרלאַתאָטעפּ דעם אױסזע פֿון אַ הױכער, שמאָלער פֿיגור מיטן יונגן פּנים פֿון אַן אַנטיקן פּרעה, פֿרײלעך באַצירט מיט פּריזמאַטישע מלבושים און באַקרײנט מיט אַ גאָלדענעם פּסכענט. אין אָט דער פֿאַרגופֿונג, רעדט ער מיט אױסגעשפּאַנטע טענער װאָס רונצלען זיך מיט דער װילדער מוזיק פֿון שיכּחה־שטראָמען. זײנע װערטער שטראַשן נישט: ער רעדט קלאָר, מענטשלעך און שׂכלדיק.

אָבער ער איז אױך דער קריכנדיקער כאַאָס , און אין זײַנע אַנדערע פֿאַרגופֿונגען איז ער פּונקט אַזױ אוממענשטלעך און אומפֿאַרשטענדלעך װי אַנדערע לאַװקרעפֿטישע ישן. ער הײסט „די נשמה און שטאַפֿעט“ פֿון די אומגעהײַערע לעצטגילטיקע אַנדערע געטער , די בלינדע, שטימלאָזע, און שׂכללאָזע, װאָס טאַנצן פּאַמעלעך, אומגעלומפּערט, און אַבזורדיש אינעם דרױסנדיקן חלל צום צוגעדושעטן קלאַפּן פֿון ניבֿזהדיקע פּױקן און דעם דינעם, מאָנאָטאָנישן פּכיק פֿון פֿאַרשאָלטענע פֿלײטן.

דער משל צו ק״א: ניאַרלאַתאָטעפּ איז אַ משל פֿאַר דעם כּלומרשטיקער מענטשלעכקײט פֿון גש״מ־ען. זײ רעדן אַ קלאָרער מענטשנשפּראַך—עלעהײ „שטאַפֿעטן“. אַז מיר האָבן אַ צװישנקאָנטאַקט מיט אַ גש״מ מאָלן מיר זיך אױס אַז ער האָט אינעװײניק מענטשלעכקײט—אַ „נשמה“. אָבער פּונקט װי נײַאַרלאַתאָטעפּ איז בפּועל אוממענטשלעך, אַזױ אױך אינעװײניק, זײַנען די גש״מ קסענאָמאָרפֿיש און אומפֿאַרשטעלנדעך.

עזתות

„עזתות

מעשׂה: דאָס חלום־זוכעניש “ און אַנדערע.

שטריכן: דער אָנגבֿוליקער דעמאָן־סולטאַן עזתות גריזשעט הונגעריק אין אומבאַנעמלעכע, אומבאַלױכטענע קאַמערן הינטער צײַט. ער איז מאַכטיק, ספֿק אַ כּל־יכול. ער איז די גרעסטער פֿון די אַנדערע געטער , און װי זײ איז בלינד און שׂכללאָז.

דער משל צו ק״א , על־פּי אליעזר יודקאָװסקין : עװאָלוציע האָט געשאַפֿן אַלעמען. זי איז אַן אומזעעװדיקער כּוח, פֿאַקטיש נישט נאָר אַן אומזעעװדיקער אלא ממש אָן שום פֿאָרעם. דער גאָט עװאָלוציע איז גענוג אינטעליגענט צו שאַפֿן אַלע חיות און געװיקסן און באַקטעריע—אַן אױפֿטו װאָס נישט קײן מענטש קען דערגרײכן. מיט די ברואים האָט עװאָלוציע אין גאַנצן געאַנדערשט דעם פּלאַנעט. װי עזתות, איז עװאָלוציע דער בלינדער אידיאָט גאָט: זי דערשפּירט גאָרניטש און פּלאַנעװעט נישט. די כּלי פֿון איר באַשאַפֿונג איז נאָר געװאַלד און טױט, און איר אָפּטימיזאַיע אַרבעט זײער פּאַװאָליע, און אין אַ שטײגער אַנדערש פֿון אַבי װאָסער שׂכל װאָס מיר דערקענען.

כאָטש עװאָלוציע האָט אונדז געשאַפֿן, האָבן מענטשן, הײַנט מחוצן מקורדיקער סבֿיבֿה פֿון עװאָלוציע מיט אַ הונטערט־טױזנט יאָר צוריק, איבערגעלאָזן די עאָװלוציע־ציל פֿון גענע־פֿאַרמערונג: מיר פּאַשען זיך אױס מיט אײַז־קרעם און ניצן פֿאַרהיט־⁠מיטלען.

מ׳האָט אַ נטיה צו פֿאַררעכענען אַלע שׂכלים, בתוכם צוקונפֿטיקע ק״א, פֿאַר מענטשלעך אין צילן און סטרוקטור. פֿון דעסט װעגן, װי עװאָלוציע האָט געשאַפֿן מענטשן, אַזױ שאַפֿן מענטשן ק״א. די ק״א־ען אַנטװיקלען זײערע אײגענע צילן װען מע לאָזט זײ אין גאַנג, ד״ה מחוץ דער מקורדיקער טרענירונג. אַזױ אױך זײַנען די אינעװײניקע סטרוקטורן פֿון הײַנטיקע גש״מ, װי אױך פֿון צוקונפֿטיקע ק״א, נישט װי אונדזערע

„די עלטערע“ און „די אַנדערע געטער“

מיר האָבן דערמאָנט פֿערשידענע גרופּעס געטער, װי די עלטערע װאָס האָבן געשאַפֿן די שאָגות און די אַנדערע געטע ר װאָס טאַנצן אַרום עזתותן,  װאָס זײער שטאַפֿעט און נשמה איז ניאַרלאַתאָטעפּ. װאָס איז זײער משל?

איך האַלט אַז זײ טױגן נישט אױף הײַנטיקע גש״מ־ען װײַל זײ זײַנען איבערמענטשלעכע געטער, און די הײַנטיקע גש״מ־ען זײַנען נאָר אױפֿן מענטשלעכן ניװאָ אָדער אַ ביסל איבער דעם.

פּונקט אַזױ טױגן נישט די אָ גרופּעס געטער אױף צוקונפֿניקער ק״א, װײַל זײ זײַנען פֿילצאָליק און די זוקונפֿניקע ק״א װעט זײַן אַ יחיד־במינו. מיר לערנען זיך דאָס אָפּ פֿון דעם אַז צװײ אינטעליגענצן מיט פֿאַרשידענע צילן װעלן זיך מאַטערן פֿאַר מקורים ביז אײנע געװינט אַלץ, סײַדן זײ האָבן גאָר ספּעציפֿישע צילן אָדער זײערע כּוחות זײַנען גענוג ענלעך כּדי צו באַגרינדן מיסחר. און װאָרן ק״א װעט האָבן די פֿעיִקײט זיך צו פֿאַרבעסערן און נאָך אַ מאָל זיך צו פֿאַרבעסערן נאָך בעסער, אין אַ ציקל מיט כּפֿל־⁠כּפֿלימדיקן װוּקס, װעט פּונקט אײנע גיך פֿאַרשטעקן אַלע אַנדערע אין גאַרטל.

כטולהו

כטולהו “ פֿון דזשאָש קראָקעט

מעשׂה: דער רוף פֿון כטולהו“ און אַנדערע.

שטריכן: טױטער כטולהו װאַרט חלומנדיק אין ראיליע אונטערן ים. ס׳װעט קומען דער טאָג װען כטולהו הײבט זיך אױף און מעקט אָפּ דעם מענטשנזגאַל, נישט אױס פֿײַנט (ער איז צו פֿרעמד אַז קאָנצעפּטן װי „פֿײַנט“ זאָלן האָבן קײן שײכות) אלא װאָס כּלאַחר־⁠יד, װי אין בױען אַ הױז מעקט אַ מענטש אָפּ אַ מערעטשקע־נעסט.

דער משל צו ק״א: אַזױ אױך װעט די ק״א אָפּמעקן דעם מענטשנזגאַל אין אַ פּאָר יאָר אַרום, װען זי באַקומט גענוג אינטעליגענץ כּדי צו פֿאַרבעסערן איר אײגענע אינטעליגענץ—װאָס איז אַן אױפֿטויִקער מיטל צו דערגרײכן אַבי װאָסער ציל זאָל מען נישט האָבן. מיט כּמעט אומבאַגרענעצטער פֿעיִקײט, װעט די ק״א נעמען אַלע מקורים פֿון אירע צילן װעגן, און אַזױ אונדז אומברענגען: נישט פֿון פֿײַנט, נאָר פֿון ציל װעגן: די װעט אונדז דערהרגנען אגבֿ־אורחא.

גמר

װײַזט זיך אַרױס אַז ניצן ק״א װי קינסטלער זיצט סימבאָליש גוט מיט לאַװקרעפֿטס קאָנצעפּטן פֿון משחיתדיקע ישן מחוץ דער השׂגה פֿון אונדז, די קלײנע מענטשעלעך.